פאר מעק

ספרייה תורנית Seforim Library

אן אמת'ער ספרים שאנק פאר אייערע PDF ספרים — עפנט זיך שטענדיג וואו איר האט אויפגעהערט, מיט הערות, קישורים און זוכן אינעווייניג.

£30, איין באצאלונג — קיין אבאנעמענט.

מעק: App Store · קומט באלד Windows: Microsoft Store · קומט באלד
ספרייה תורנית: ספרים שטייען אויף הילצערנע פאליצעס לויט מדור

אייערע ספרים אויף פאליצעס, לויט מדור.

א ספרים שאנק, נישט א ליסטע פון פיילס

אייערע ספרים שטייען אויף הילצערנע פאליצעס לויט מדור. סעטס בלייבן צוזאמען, און פעלנדיגע חלקים ווייזן זיך ווי לעכער וואס איר קענט אנפילן.

שטענדיג וואו איר האט אויפגעהערט

יעדער ספר עפנט זיך אויפן בלאט וואו איר האלט. שרייבט הערות אויף לשון הקודש, אידיש אדער ענגליש אויף יעדן בלאט, פארבינדט זיי צו אנדערע ספרים, און גייט גלייך צו א דף אדער סימן.

אייער לערנען, טאג נאך טאג

זעט וואס איר האט געלערנט יעדן טאג, שטעלט א טאגליכן ציל און האלט א רייע — מיט דער אידישער דאטום.

זוכן אינעווייניג אין אייערע ספרים

געפינט סיי וועלכע ווערטער אין אייער גאנצער ספרייה — אפילו אין געסקענטע ספרים, מיט אן איינגעבויטער העברעאישער טעקסט דערקענונג וואס ארבעט אן אינטערנעט.

צוגעשטעלט אין עטליכע מינוט

נעמען ווערן אויטאמאטיש אויסגעגלייכט, פרטים ווערן געליינט פונעם שער בלאט, און מען קען רעדאקטירן אסאך ספרים אויף אמאל.

א ספר אפן אויף צוויי בלעטער, מיט די הערות דערנעבן

ליינען צוויי בלעטער אויף אמאל, מיט אייערע הערות נעבן דעם ספר.

לערנען: בלעטער היינט, טעג נאכאנאנד, דף יומי און די לעצטע צוויי וואכן

אייער לערנען: בלעטער א טאג, רייע, דף יומי און פלענער.

רעזולטאטן פון זוכן אינעווייניג אין די ספרים

זוכט אינעווייניג אין יעדן ספר.

רעדאקטירן א ספר'ס פרטים: נאמען, חלק, מחבר, מדור און כריכה

פרטים אין א רגע: נאמען, חלק, מחבר, מדור, כריכה.

דער גאנצער פראגראם אויף ענגליש

דער גאנצער פראגראם אויך אויף ענגליש.

אינגאנצן פריוואט

קיין אקאונט, קיין איינשרייבן, קיין אנאליטיקס, קיין נאכשפירן און קיין רעקלאמעס. ספרייה תורנית ניצט בכלל נישט די אינטערנעט: אייערע ספרים, הערות, סימנים, וואו איר האלט און אייער טאגבוך פון לערנען בלייבן אויף אייער מעק, אינעם ספרייה פאלדער וואס איר קלייבט. פרטים וועגן פריוואטקייט

פראגעס, געדאנקען אדער נדבות

מיר וועלן זיך פרייען הערן פון אייך — א פראגע, א געדאנק ווי צו פארבעסערן ספרייה תורנית, אדער שטיצע פאר דער ארבעט מיט א נדבה. שרייבט אונז.